LYRIC

שמואלי אונגאר – שול


א שחרית’ל, א מעריב’ל
מ’דאווענט אין שול
א געבעטל דארט ביים ברעטל
בעט מען אין שול
א מקוה טינק, א קאווע טרינק
ביידע אין שול
א יודיש ציל מיט געפיל
די הייליגע שול

דער פארדינגט, געטראפן פונקט
הענגט דארט אין שול
משולחים און נצרכים
זאמלען אין שול
קום דא נענטער נא א צענטער
מ’דארף דיך אין שול
א אידיש ציל מיט געפיל
די הייליגע שול

טוישן טשעקלעך, טרעפן פעקלעך
אויכעט אין שול (אלעס אין שול)
וויאזוי די ראוד, פאר וועם מ’וואוט
שמועסט מען אין שול (שמועס נישט אין שול)
גאנצע קופקעס קרעמלעך, דערציילן דאס פארוועם עלעך
אלעס דרייט זיך וואס מ’רעדט אין שול (אזוי רעדט מען אין שול)

געזוכט א ניר, צי האט איר
פרעגט מען אין שול
סידי’ס ענינים אויף חינוך הבנים
ביים שענקל אין שול
מ’בארגט ווי גרויסע סוחרים, באקומסט עס אין א וואך ארום (ס’טוטצעך? קענסט מיך טראסטן)
איך ברענג דיר צו ס’געלט דא אין שול (מזומן)

שטייט זיך תמיד ביי דעם עמוד
דער משורר
מיט א תפילה די קהילה
איז ער מעורר
ברוך אתה השם מגן אברהם (אמן)

דאס אידיש לעבן טוט זיך וועבן
ארום דעם שול
א חברותא, והגית
לערנט אין שול
איינער שרייט, איך זיך א רייד (איר פארט אויף בארא פארק)
אויכעט פון שול (מ’קען זיך מיטכאפן)
א אידיש ציל מיט געפיל
די הייליגע שול

מ’פארברענגט, ס’איז אנגעשטרענגט
לויפט מען אין שול (נעוואדע)
די קינדער א פייט, די טאטע גייט
צו מנחה אין שול
נעבעך א צרה, משה בן שרה (ממעקים)
נא להתפלל אוי
א יודיש ציל מיט געפיל
די הייליגע שול

דער פעדלער אויך א דולער ברויך
זיצט ער ביים שול
זייפן טאבלעטן ראול’ס באגעטן
א מאשין שטייט אין שול (נו מאך א ברכה)
וועש פון אלע פירעמע’ס, נאך א רעגן פול מיט שורעמ’ס
נאך דרייסיג טעג ווערט הפקר
אלס פון שול

א שמחה איך מאך, וואס די שפראך
גייט זיין אין שול (ווער וואו וואס)
ביים מופן איך האלט, א קשיא באלד
נעבן וועלכע שול
א שידוך קען מען שליסן נאר אויב יעדער יוד וועט שמועסן
מיין מחותן איז א מזרח יוד
אין שול

הם משכימים, געלטער סכומים
דברים בטלים
די באשעפער זעט, דער יוד ער בעט
בזכות דעם איך טייל אים
ברוך אתה השם שומע תפילה

פאריאגט פארפלאגט, דאך ער זאגט
מה טובו אין שול
פון אלעם פארגעסט ער, צום טאטען די גרעסטער
רעדט ער אין שול
אין אזא תוהי ובוהו ווייסט ער אז השם רועי
ער בעט קום דריי מאל אין שול

ווען איך שטיי דע לפני
ווי הייליג די שול
א חבר באליבט, אין פאון ער ביפט
איך בין דאך אין שול
נעם אן מיין אפאלעדזשי, איך לעש אויס מיין טעקנאלעדזשי
שששש מ’דאווענט אין שול

מ’פראבירט, די טאטע שפירט
דער קה ריבון עלם
בענטשט ער זיי א שפע משמי
ברוב עוז ושלום
ברוך אתה השם המברך את עמו ישראל בשלום

 

COMPOSED BY
HERSHY WEINBERGER
LYRICS BY
VELVI FELDMAN

SHARE

  1. Anonymous

    02/04/2018 at 6:19 PM

    The best of the bests

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO