LYRIC

מיכאל שניצלער – מימיני מיכאל


רום 408 דארט אין קאלאמביע שטייט הערשעלע מיט בעטעניש
פון זיין טאטענס בעט, קיינמאל אוועק טרעט ער נישט
שוין וואכן לאנג ווי דער מצב טויג נישט
דער טאטע האט נאכנישט גערירט זיין האנט, געעפנט קיין אויג נישט
פלוצלינג באמערקט הערשעלע
ווי זיין טאטע פרובירט צו ריקן דעם אקסעדזשין מאסק
זיין אטעם פארשווערט
ער בייגט זיך שנעל צו, און דאס איז וואס ער הערט

מיין קינד פארשטיי
מיין צער און וויי
אין שפיטאל איך ליג, בין החיים בין המוות
ליידער נאכנישט קיין פארהיילטער
מיינע טעג זענען געציילטע
הער אויס א סיפור, באהאלטן אין מיינע מחשבות

יארן צוריק אין איראן דארט
נישט מעגליך א איד צו זיין דארט
אין די ביטערע צייטן באלו הימים
אין א בונקער אונטערן געביידע
געזעסן מיט מיין טאטע זעמיר ביידע
געווען באהאלטן אבער די אנדערע ה׳ ינקום דמם

כ׳געדענק מיין קינד, כ׳בין געזעצן אינעם בונקער אויף דעם קעלער-ערד
אינדרויסן פליען באמבעס, דער מצב יעדן טאג נאר שמעלער ווערט
איין ביינאכט – נישט מער געדאכט
א באמבע העכער אונז האט אויפגעריסן
מיין טאטע מיר דאן געזאגט די ווערטער, כ׳וויל דו זאלסט דאס וויסן

געדענק מיין קינד, אמאל דו ביסט אליין עס דאכט זיך דיר
צרות שוועריקייטן, יעדן טאג עס מאכט זיך דיר
אויף אלע דרכים – די הייליגע מלאכים
זיי באגלייטן ביי אלע שוועריקייטן
און דארט אינעם בונקער האבן מיר צוזאמען געזינגען

מימיני מיכאל, באגלייט א מלאך
ומשמאלי גבריאל, שטייט א מלאך
מלפני אוריאל ומאחורי רפאל
ועל ראשי שכינת קל

הערשעלע שטייט נאך נעבן זיין טאטענס בעט, זיין הארץ קלאפט
פלוצלינג נעמען זיך אלע מאשינען פייפן, א ציטער כאפט
די דאקטוירים קומען צו לויפן, און פונעם שטוב שנעל מ’פארטרייבט אים
דאס בילד פון זיין טאטענ’ס לעצטע שמייכל, אין זיכרון אייביג בלייבט אים

אפאר טעג שפעטער
אין שפיטאל אריין טרעט ער
די דאקטוירים פארציילן אים די שווערע בשורה
דאס הארץ אזוי ווייעדיג
דאס בעט איז נעבעך ליידיג
אוי טאטע, תהא נשמתו צרורה

פארפרוירן שטייט ער
פארלוירן זיין באגלייטער
ער האט מער נישט זיין טאטע וואס אייביג שיצט אים
אליין אינדערהיים
המקום ינחם
פלוצלינג זיין טאטענס לעצטע ווערטער אויפבליצט אים

אוי געדענק, מיין קינד, אמאל דו ביסט אליין עס דאכט זיך דיר
צרות, שוועריקייטן, יעדן טאג עס מאכט זיך דיר
אויף אלע דרכים – די הייליגע מלאכים
זיי באגלייטן ביי אלע שוועריגקייטן
דעם טאטענס לעצטע ווערטער, איז געווען זיין רפואה

געדענק מיין חבר, ביסט אמאל אין א מצב א געדעכטער
דער באשעפער דיך געשאנקען מיט זיינע צוויי לייב-וועכטער
זיינע מלאכים – מלך מלכי המלכים
זיי געשיקט פאר דיין ישועה
ווען דו פילסט אמאל געדרוקט, זינג די תנועה

מימיני מיכאל, באגלייט א מלאך
ומשמאלי גבריאל, שטייט א מלאך
מלפני אוריאל ומאחורי רפאל
ועל ראשי שכינת קל

 

COMPOSED BY
LEIBY MOSKOWITZ
LYRICS BY
MOTTY ILOWITZ

SHARE

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO