LYRIC

מיכאל שניצלער – מיין הארץ


קינדערלעך טייערע, איך פיל מיך זייער גוט
דאס זענען געווען מיינע ווערטער יעדע מינוט
כאטש וואס מיין פיס איז מיר געשוואלן
מיין אטעמען איז מיר נישט געפאלן
דאך, קינדערלעך טייערע, איך פיל מיך זייער גוט.
טאטי, ניין, דו פילסט דיך נישט גוט
גיי אונטערזוך דיך, דיין צוקער, דיין מח, דיין בלוט
אן הצלה-מאן סוכות ער טרעפט מיך
מיט א גרויסן דאקטאר ער באהעפט מיך
ער זאגט מיר: מיכאל, גלייב מיר דו פילסט דיך נישט גוט

דער דאקטאר קוקט מיך אָן, און אונטערזוכן מיך פרובירט ער
ער ווערט בלאס ווי דער וואנט, און שרייט אויס א שאקירטער
דיין הארץ איז דיר פארשטאפט, ווי קען זיין אז דו לעבסט נאך
דו רעדסט, דו שטייסט, און גאר דו זינגסט און דו טעיפסט נאך
מיט א שמייכל זאג איך: דאקטאר, הער וויאזוי איך טו עס
איך לאז נישט קיין פראבלעמען פארלעשן מיין חיות
איך בין מיט’ן באשעפער, איך האב באמת קיין מורא נישט
ווייל שלעכטס קומט ארויס פונעם בורא נישט

איך בין א חלק אלקי ממעל, אוי ממעל
איך בין הייליג, גארנישט טוט נישט וויי בכלל
איך בין א חלק אלקי ממעל, אוי ממעל
איך בין הייליג, גארנישט טוט נישט וויי בכלל
דער באשעפער טוט נישט שלעכטס פאר זיך אליין
ער ווייסט דאס בעסטע וויאזוי עס דארף צו זיין

קינדערלעך טייערע, איך פיל מיך זייער גוט
צום אפעראציע איך גיי שוין אריין אין אפאר מינוט
אונז זיץ מיר דארטן אלע אין פארצימער
ארומשמועסן ווי געהעריג אונז טו מיר
דער דאקטאר פארשטייט נישט ווי קען זיין איך פיל מיך אזוי גוט.
אט עפן איך דיין הארץ, יפתח לבנו
וויפיל מאכן עס נישט דורך לא עלינו
איך זאג אים, איך האב נישט קיין שום פחדים
פון דאקטוירים מיט גרינע בגדים
איך בין מיט’ן בורא, ס’קען דאך נאר זיין גוט

דער דאקטאר שטוינט: איך טו דאס שוין איבער שלושים שנים
איך האב נאך קיינמאל איינגעשלעפט א פאציענט
מיט אזא שמייכל אויף זיין פנים
די אפעראציע פיין געלונגען ברוך השם-איז
כאטש עס פארט ארום אז ברוך דיין האמת
צוריקבאקומען מיין געזונט, פון הימל א מתנה
איך ווייס קלאר אז לטב איז כל מה דעביד רחמנא
קיין שרעק, קיין זארג, אידעלע לאז דיך נישט פארפירן
ס’איז דאך נישט מעגליך אז שלעכטס זאל דיר פאסירן

ווייל
דו ביסט א חלק אלקי ממעל, אוי ממעל
דו ביסט הייליג, גארנישט טוט נישט וויי בכלל
דו ביסט א חלק אלקי ממעל, אוי ממעל
דו ביסט הייליג, גארנישט טוט נישט וויי בכלל
דער באשעפער טוט נישט שלעכטס פאר זיך אליין
ער ווייסט דאס בעסטע וויאזוי עס דארף צו זיין

אידעלע, גערעכט, נישט אלעמאל איז גוט
ליידער מאכן אידן אזויפיל מיט
צרות, נסיונות געפערליך
אויפ’ן הארץ איז דאך אזוי שווערליך
דיין באשעפער טוט דאס, מוז זיין אז ס’איז גוט
נעם דאס אריין אין קאפ, הער וואס מיר פארציילן דיר
דו ביסט נישט נעבן דעם באשעפער, ניין ער איז גאר א טייל אין דיר
ביסט א איד, א חלק אלקי, געבינדן און געקניפטע
ער איז אין דיר, אין זמנים גוטע און געציפטע
ער ווייסט דאך דאס בעסטע וויאזוי זיין וועלט צו פירן
השלך על ה’, און לאז דיך נישט פארלירן
גיי ארום מיט שטארקייט, וויש אוועק דעם געוויין
געדענק אז אונז מיט’ן באשעפער זענען איין

איך בין א חלק אלקי ממעל, אוי ממעל
איך בין הייליג, גארנישט טוט נישט וויי בכלל
איך בין א חלק אלקי ממעל, אוי ממעל
איך בין הייליג, גארנישט טוט נישט וויי בכלל

 

 

COMPOSED BY
MOTTY ILOWITZ
LYRICS BY
MOTTY ILOWITZ

SHARE

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO