LYRIC

מיכאל שניצלער – לכף זכות


וואונדערליך, די קינדערלעך
שוין העכער קינדערגארטן שוין
צו זיין מיט דעם מלמד
די קינדערלעך ווארטן שוין
עס איז שוין באשטעטיגט
דער מלמד האט פארשפעטיגט
אה, דא איז ער ר’ אלעזר
אין חדר ער קומט כסדר אריין
קיין שאלה נישט אין איילעניש
ווי נאר ער קומט אין חדר אריין
שטעלט זיך אויף א קינד והנה נצב
ווייזט אויפ’ן זייגער ווי א מחוצף

דער מלמד כעס’ט, וואס הייסט ער ווייזט
דער קליינער יוסף פרץ
אזא עזות, מה זאת
כ’וועל אים לערנען דרך ארץ
פון מיין כתה כ’וועל אים געבן א טראסקע
אזא חוצפה יסגי

דער קליינער וויינט’ כ’האב נישט געמיינט
נישט דאס געווען מיין כוונה’לע
נאר ווייל דעם חומש האב איך גוט געקענט
מיין טאטע לויפט’ פאר מיר ער קויפט
דעם זייגער א מתנה’לע
ס’איז די ערשטע טאג וואס כ’טראג דאס אויף מיין הענט
א גאנצע נאכט, האב איך געטראכט
פאר וועם דאס ערשטע ווייזן געזאלט
איך זאל אים קענען נחת געבן
תיכף גלייך, די ערשטע זאך
ווען דער רבי וועט קומען האב איך געוואלט
ווייזן דעם זייגער פאר מיין רבי’ן

הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
כל אדם לכף כף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
כל אדם לכף כף זכות

זיי דן דיין חבר גאר שיין
ווי דו ווילסט מ’זאל דן זיין דיך אליין
ווייל ווען מ’וועט דיך אמאל דן זיין
און דארט וועט דיין טענה זיין
מען זאל דיך דארט אויך גוט דן זיין
באשליס נישט אויף א ביכל נאר פון איר דעקל
עפנסט אויף טרעפסטו גאר א שווער פעקל
פון דיין חבר מאָן נישט
קוקן שלעכט מ’טאר נישט
ווייל דו ווייסט וועגן אים נאך גארנישט

ווייל נאר דער באשעפער אליין
וואס טוט אין הערצער וויילן
נאר ער קען היילן
וואס הערצער קענען נישט דערציילן
און ווילן נישט מיט אנדערע מיטטיילן
ווייל נאר דער באשעפער אליין
אוי מענטשעלע וואס ווייסטו דען
מענטשעלע וואס פארשטייסטו דען
צו א הארץ וואס לאזט א שטילן טרער
דן זיין קען ווער נאר ער

עת משוש, די שמחה גרויס
דאס יונגסטע קינד האט חתונה
ר’ שלמה’לע, אין בדומה לו
א צורה א געלאסענע
א ספעציעלן כאראקטער טראגט ער
ניטאמאל א סעלפאן פארמאגט ער
ער לויפט ארום, אומעטום
אין אן עלטער נישט קיין יונגערן
אויב איך מעג, ר’ קלמן פרעגט
צי קען איך דיר פארגרינגערן
דעם חתונה טאג, עס קען דיר העלפן
איך וועל דיר בארגן אויף היינט מיין סעלעפאן

ביינאכט ר’ קלמן, און זיין זון ר’ זלמן
ביים חתונה טאנצן בקול תרועה
מזל טוב וואונטשן זיי פון הארצן טיפן
ר’ שלמה קוקט, אויף אים ער בליקט
ער זאגט ר’ קלמן להוי ידוע
קיינער האט דיך נישט גערופן
אוי זלמן ברויזט, ער האלט דעם פויסט
אזוי פארשעמען אזוינס צו זאגן
ניין מיין קינד, פון מיין טעלעפאן רעדט מיין פריינט
זיי נישט באזארגט, כ’האב עס אים געבארגט
ער וויל מיך נאר בארואיגן
קיינער האט מיך געזוכט אויפ’ן טעלעפאן היינט

הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
כל אדם לכף כף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
כל אדם לכף כף זכות

זיי דן דיין חבר גאר שיין
ווי דו ווילסט מ’זאל דן זיין דיך אליין
ווייל ווען מ’וועט דיך אמאל דן זיין
און דארט וועט דיין טענה זיין
מען זאל דיך דארט אויך גוט דן זיין
באשליס נישט אויף א ביכל נאר פון איר דעקל
עפן אויף קענסטו טרעפן א שווער פעקל
פון דיין חבר מאניש, קוקן שלעכט מ’טאר נישט
ווייל דו ווייסט וועגן אים נאך גארנישט

ווייל נאר דער באשעפער אליין
וואס טוט אין הערצער וויילן
נאר ער קען היילן
וואס הערצער קענען נישט פארציילן
און ווילן נישט מיט אנדערע מיטטיילן
ווייל נאר דער באשעפער אליין
אוי מענטשעלע וואס ווייסטו דען
מענטשעלע וואס פארשטייסטו דען
צו א הארץ וואס לאזט א שטילן טרער
דן זיין קען ווער נאר ער

הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
הוי דן הוי דן את כל אדם לכף זכות
כל אדם לכף כף זכות

 

COMPOSED BY
PINKY WEBER
LYRICS BY
PINKY WEBER

SHARE

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO