LYRIC

מיכאל שניצלער – באכע!


אוי טייערע חברים
קומטס אלע חברים
מ’גייט יעצט באכענען
מ’גייט יעצט וואס?
באכענען
מ’גייט וואס?
באכענען
איי פארוואס?
הערט א מעשה וואס באכעט
וועט איר פארשטיין פארוואס
באכענען

באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט, גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס קומט אָן היינט דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה
אזוינס און אזאלכע, באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט, גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס קומט אָן היינט דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה

אזוינס און אזאלכע
דער בריסקער ראש ישיבה קומט צופרי אין שול אריין
דער וואנט איז אנגערויכערט
דער וואנט איז אנגערויכערט
דער וואנט איז אנגערויכערט פון די תפילות פייער שיין
פון א איד וואס בוכה’ט
פון א איד וואס בוכה’ט
דער בריסקער גייט צו נענטער פרעגט דעם איד וואס איז דער פלאן
וואס ביסטו פאר’מח’עט?
וואס ביסטו פאר’מח’עט?

ווער איז דער איד וואס שרייט דא קולות, מי זה בא לכאן
דער קארלינער שוחט
דער קארלינער שוחט
צי מיינסטו אז דער אייבערשטער קען דיך נישט הערן שטילער
שטילער, שטילער, שטילער
צי מיינסטו אז נאר שרייען קולי קולות דוקא וויל ער
וויל ער, וויל ער, וויל ער

אוי ראש ישיבה
דער אייבערשטער קען זיכער הערן, הערן
אוי ראש ישיבה
אפילו מען שרייט נישט ווי בערן, בערן
אוי ראש ישיבה
אבער וואס זאל איך טון אז איך וויל עס שפירן
איך וויל שפירן וואס איך בעט
איך וויל הערן וואס איך דאווען
איך וויל הערן וואס איך דאווען

באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט, גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס הייבט אָן היינט דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה
אזוינס און אזאלכע, באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט, גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס הייבט אָן היינט דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה

אזוינס און אזאלכע
איי ליבער ברודער זאג, צי פעלט אויס אלע טאנצעריי
צי פעלט אויס דאס קאכן
צי פעלט אויס דאס קאכן
וואס שלעכט אינווייניג זיין דערהויבן אונטער פאנצעריי
דער אייבערשטער וועט הארכן
דער אייבערשטער וועט הארכן
ליבער ברודער כ’ווייס גאנץ גוט אז איך קען טאנצן שטילער
שטילער, שטילער, שטילער
אבער ליבער ברודער, אלע טענצער זיכער וויל איך
וויל איך, וויל איך, וויל איך

אוי מיינע חברה
כ’ווייס כ’קען פון אינווייניג טאנצן, טאנצן
אוי מיינע חברה
ס’פעלט אפשר נישט אויס די ווילדע טראנסן
אוי מיינע חברה
צי זענט איר אינגאנצן מיט מיר

באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט, גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס הייבט אָן היינט דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה
אזוינס און אזאלכע, באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט, גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס הייבט אָן היינט דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה

 

 

COMPOSED BY
LIPA SCHMELTZER
LYRICS BY
LIPA SCHMELTZER

SHARE

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO