LYRIC

מיכאל שניצלער – א דאנק


מיט א העכערקייט בלויז
איז דער רבי מדבק
אין דעם רוזשינער קלויז
נאך א שמעק אינעם טאביק
פלוצלינג ער הערט א מאדנע געפעכט
זיין טאכטער האט געגעבן א קרעכץ
גלייך ער רופט צו
זיין טאכטער פארהאלט ער
פארוואס עפעס זיפצטו
ווי א יוד אַן אלטער
אין יעדע מצב אונטערברעכטס נישט
געדענק מיין קינד נאר קרעכץ נישט

ווייל א קרעכץ ברענגט א קרעכץ
און א דאנק ברענגט א דאנק
צי ס’איז לינקס צי ס’איז רעכטס
ס’איז פון הימל א געשאנק
לאמיך דיר פארציילן א מעשה
געווען אַן עושר מיט א פולע קאסע
איין טאג שפירט ער
די רעדל איז דרייעדיג
געלט פארלירט ער
זיין קאסע ווערט ליידיג
הייבט אָן צו קלאגן און לעכצן
פון הימל מ’ווייזט אים וואס דאס מיינט קרעכצן

פון אויבן מ’שיקט נישט קיין שלעכטס
געדענק אז א קרעכץ ברענגט א קרעכץ
ווען ס’קוקט אויס א שווערע דורכגאנג
געדענק אז א דאנק ברענגט א דאנק

קוים ער כאפט
ווי איז זיין מצב
נאך נדבות ער קלאפט
מיט א ביטערען עצבות
וואס איז מיט מיר לעצטענס געווארן
איך דארף גיין א גאנצע טאג שנארן
פון הימל מ’קוקט צו
ווי ער קרעכצט אזוי העציג
נאך א ווייטאג מ’שיקט צו
ווערט אינגאנצן קרעציג
אלע שטייען ווייט פון זיין ד’ אמות
ער פילט ווי ביטער די סם איז

יעצט מער געקרעכצט
די ווייטאג ס’רייסט אים
יסורים עטץ שטעכטסט
און פון הימל מ’ווייזט אים
דו כאפסט נישט דעם ווינק, דו קרעכצט נאכאלץ
מ’שיקט אים נאך א ווייטאג אין האלז
יעצט קען ער נישט שלינגען
ער שפירט עס אויטאמאטיש
פון דא איז געדרינגען
איך בין אזוי פאנאטיש
גענוג שוין א גאנצע טאג אזוי קרעכץ איך
פון זיך אליין ער פאררעכט זיך

ער הייבט אָן צו דאנקען
אומאויפהערליך
מיין בעט דעם קראנקען
איז נישט אזוי געפערליך
געלויבט מיין קאפ איז הונדערט פראצענטיג
רעדן און טראכטן, א שמייכל איז קענטיג
נישטא וואס צו דערלייגן
מ’קען זיך נישט פארהאנקערן
פון הימל וועט מען צייגן
זאלסט האבן וואס צו דאנקען
קוים קוים אדורך איז דריי טאג
אינעם האלז איז נישטא מער קיין ווייטאג

פון אויבן מ’שיקט נישט קיין שלעכטס
געדענק אז א קרעכץ ברענגט א קרעכץ
ווען עס קוקט אויס א שווערע דורכגאנג
געדענק אז א דאנק ברענגט א דאנק

וזרח השמש
ער שפירט אזוי גוט
כ’קען שוין עסן דעם קרעמיש
מיט אַן אפעטיט
פון הימל מ’זעט ווי ער דאנקט און ער דאנקט
נאך סאך מער האט מען אים דערלאנגט
אוועק מיט די קרעץ
ער קען שוין גיין נאך גיין געלט
ס’שוין מער נישט קיין זעץ
ער באדאנקט זיך ווי א העלד
ברוך השם כ’קען מיך געבן א ריר
איך קען שוין קלאפן אויף יענעמ’ס טיר

צוביסלעך צוביסלעך
פריש אנגעהויבן
זיך שטעלן אויף די פיסעלעך
דאנקן און לויבן
די רעדל האט זיך איבערגעקערט
א געזונטן עושר, פון הימל באשערט
מיין טייערע טאכטער
א יוד דארף עס מיטנעמען
אפילו א בראך האט ער
מיט ווייטאגליכע קלעמען
האט דער רוזשינער שיין ערקלערט
געדענק עס גוט, וואס דו האסט געהערט

פון אויבן מ’שיקט נישט קיין שלעכטס
געדענק אז א קרעכץ ברענגט א קרעכץ
ווען ס’קוקט אויס א שווערע דורכגאנג
געדענק אז א דאנק ברענגט א דאנק

 

 

COMPOSED BY
YONAH DEUTCH
LYRICS BY
HERSHI DEUTCH

SHARE

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO