LYRIC

לוי פאלקאוויטש – סוד של משקה


ביים צמח צדק האט דער סיפור פאסירט
ווען מיט חסידים א פארברענגן געפירט
די חסידים מיט דארשט געטרינקן
אין טיפע מחשבות פון חסידות פארזינקן
מ’גיסט אָן גלעזלעך משקה איינס נאכן צווייטן
די שמחה טוט זיך גאר שנעל פארשפרייטן
מיט הארציגע ניגונים געזאנגן
אבער פלוצלינג… די משקה איז אויסגעגאנגן

מ’קוקט און מ’זוכט און עצות מ’קלערט
יעדע פלאש אויפן טיש שוין איבערגעקערט
באשעפער מ’וויל זיך פרייען למען שמך
נישטא מיט וואס, להשקות צמאי חסידיך
דער צמח צדק בעט פון א חסיד גאר געטריי
זלמ’לע טו א טובה, ברענגן משקה גיי
גלייך נאכן רבי’נס באפעל געשווינד
ער לויפט אין די גאסן זוכן בראנפן אצינד

ס׳שפעט אין די נאכט, נישט אפן קיין געשעפט
פון די גוטע שארפע סחורה, ווי מ’טרעפט
ער זעט פון דערווייטען ס’איז ניכר
עס קומט איהם אנקעגן, איוואן דער שיכור
ער גייט דארט אזוי מיט וואקלדיגע טריט
אין די הענט א באטל וואדקע מיט א גוטן אפּעטיט
אזא אוצר ער טוט פארמאגן
הלואי הלואי… פארן רבי’ן צו טראגן

לאמיר נאר מיט אים דעם געשעפט שליסן
און ביים פארברענגן וועט זיך ווייטער די משקה גיסן
צום שיכור לויפט ער צו דאס מקח צו מאכן
אבער דער גוי נעמט זיך עם אין פנים לאכן
ניין ניין ניין שרייט ער, בשום אופן
דאס פלעשעלע וועל איך דיר נישט פארקויפן
ער כאפט עס אָן, לאזט עס נישט ארויס פון האנט
זלמ’לע שטייט און העכערט די פרייז נאכאנאנד
ביז פופצן רובל טבין ותקילין
אזא געלעגנהייט וויל ער נישט פארשפילן
מער פון דעם האט ער שוין נישט אין זיין טאש
אבער איוואן דער שיכור איז נישט מוותר אויפן פלאש

זאגט אים זלמן, א קשיא מיר עס פלאגט
פארוואס האסטו פופצן רובל אפגעזאגט
זיך באנארישט אויף אזא פרייז
וואלסט געקענט דערמיט קויפן די האלבע גאס
איוואן ביסט נישט קיין נאַר דיין קאפ ארבעט גוט
וואלסט געקענט ווערן א עושר אין איין מינוט
קוק ארום די אלע הייזקעלעך קליינע
זיי וואלטן יעצט געקענט גאר ווערן דיינע

איוואן קוקט צוריק מיט א בליק פון רחמנות
און ענטפערט אים מיט שפאס און ליצנות
אוי זלמ’לע אוי זלמ’לע דו נאַר איינער
מיט דעם פלעשעלע ווערט גאנץ פעטערבורג מיינער
איך טרינק מיט א געשמאק און איך ווער גאר הויך
איך קען דערזען וואס איך וויל אין מיין מוח
איך קען גאר שפירן ווי דער צאַר, ווי א גביר
דעמאלטס בין איך בעל הבית, און ס’האט נישט קיין שיעור

ר’ זלמן לויפט צוריק צום רבי’ן מיט זריזות
דער עולם באטראכט אים, די משקה ווי-איז-עס
רבי קיין בראנפן האב איך נישט א שאד
אבער איך האב מיטגעברענגט א אנדערע אוצר אנשטאט

דער סוד פון משקה טו איך שוין פארשטיין
איך האב עס מקבל געווען פונעם שיכור אליין
ווען מ’איז בשמחה אויפגעלייגט
דעמאלטס גאר הויך דער מענטש ער שטייגט
גארנישט איז צו גרויס, גארנישט איז צו שווער
מיט שמחה קען מען דערגרייכן מער און מער
די כוח פון שמחה ווערט קיינמאל אפגעשטעלט
און דעמאלטס קען מען האבן די גאנצע וועלט

 

 

COMPOSED BY
AVRUM MORDCHE SCHWARTZ

SHARE

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO