LYRIC

דודי קנאפלער – שירה הזאת


אז ישיר את השירה הזאת
וועלכע ניגון איז אזוי גרויס
אז מען קען עס אנרופען השירה הזאת
השירה הזאת הזאת
יעדער האט זיך זיין אייגענעם זאת
און ביי א יעדעם איז אנדערש דעם אייגענעם זאת
דער באשעפער פארנעמט דאך מער פון איין זאת
מער פון איין זאת בלויז
אלע שירות ותשבחות

אז ישיר שירה
דער חזן מיט זיין גבורה
א שיינעם טל, טל, טל… ווי א טאליענער
ווי א טענער אויף די העכסטע טענער
השירה הזאת

אז ישיר שירה באימה וביראה
א ווארעמע ניגון רירט אלע סטרונעס
אז ישיר שירה, א יעדער לויט זיין בחירה
א חופה א קומזיץ בקשות ותחינות
שירה השירה הזאת

אז ישיר שירה
ביים רבינס טיש ס׳זינגט א חבורה
א ווארעמע וואלץ א סאלידער
און די חסידים גליען די גלידער
שירה השירה הזאת

אז ישיר שירה, זיצן זיך אפאר אירע
אין א רעסטוראנט מיט לעפלעך אין די האנט
פארטיפט אין א רעגעי
ס׳לעבט זייער צורה

שירה הזאת

מיט אלע איברים אין ירושלים הבירה
ישיבה בחורים טאנצן די שירה
די ראש ישיבה אינדערמיט מיט א דערהויבענע צורה
ער הייבט זיינע תלמידים ס׳נישט קיין סתירה

אז ישיר שירה
א גאסט פון ארץ ישראל ער וואוינט נעבן די מירע
ברענגט א דעבקע א קאדאדטשקע
א גאנצע געראטשקע
אין הימעל אלע גזירות גיט א צעפאטשקע
השירה הזאת

השירה הזאת אני שר
נחמן שפילט אויפן גיטאר
מיט פארמאכטע אויגן שטריק נאך שטריק
צופרידנשטעלן די וואס האבן ליב בלויז מוזיק
שירה הזאת

[נמשל]
פונקט ווי סאיז דא פיל מינע ניגונים
אזוי איז דא נאך מער מבינים
פון אלע סטיילס און אלע מינים
יעדער לויט זיין שטאפל
דאך איז יעדער מודה דערינען
אז אלע האבן נגינה אינזינען
דער זינגט אזוי און יענער אזי
דער דריטער שלעפט מיר איין ווי ביי המפיל

אזוי אויך כלל ישראל ווי ידידים
ספרדים לטאים און חסידים
דער מיט תחנונים דער מיט ריקודים
ס׳פארהאן מער ווי איין קאפל

דאך איז יעדער מודה דערינען
אז אלע האבן דעם בורא אינזינען
דער אייבישטער לעכצט נאך יעדער סארט קרעכץ
מיט יעדער תפילה איז זיך מטפל

באשעפער צוזאמען אונז זינגען לאז
און מיר פרעגן ווען וועט שוין קומען דעם אָז

 

 

COMPOSED BY
YOSSI GREEN
LYRICS BY
LIPA SCHMELTZER

SHARE

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO