LYRIC

אברהם חיים גרין – עד מתי


וואו איך שטיי און גיי, צו דיר איך שריי
איך בעט און וויין צו דיר א גאנצן טאג
טרער נאך טרער, אוי טאטע הער
איך שריי און וויין צו דיר פון גרויס פלאג

טאטע’ניו מיין, ס’שווער צו פארשטיין
אוי עד מתי
טאטע’ניו מיין, ס’שווער אנצוגיין
איך שריי און וויין צו דיר עד מתי

עד מתי… עד מתי
אוי וויי אוי וויי אוי וויי עד מתי
עד מתי… עד מתי
טאטע’ניו מיין, עס זאל שוין גוט זיין
מען זאל מער נישט דארפן שרייען עד מתי

ווי איך שטיי און גיי, צו דיר איך שריי
איך בעט און וויין צו דיר א גאנצן טאג
טרער נאך טרער, אוי טאטע הער
איך שריי און וויין צו דיר פון גרויס פלאג
טאטע’ניו מיין, ס’שווער אנצוגיין
איך שריי און וויין צו דיר עד מתי

עד מתי… עד מתי
אוי וויי אוי וויי אוי וויי עד מתי
עד מתי… עד מתי
טאטע’ניו מיין, עס זאל שוין גוט זיין
מען זאל מער נישט דארפן שרייען עד מתי

באשעפער איך שריי צו דיר, וויפיל איז דער שיעור
עד מתי, עד מתי
באשעפער איך שריי צו דיר, וויפיל איז דער שיעור
עד מתי, עד מתי
עד מתי

עד מתי, עד מתי
אזא שווערן וועג, שוין יארן און טעג
וואס מען שרייט און מען פרעגט עד מתי
עד מתי

 

 

COMPOSED BY
YOEL D. GOLDSTEIN / YITZY WALDNER
LYRICS BY
MOTTY ILOWITZ

SHARE

  1. zk

    12/06/2017 at 6:48 PM

    This song was originally sung in Hebrew by Amram Adar on his album Baruch Hashem

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO