LYRIC

לאמיר אייך דא ערקלערן
ווי אזוי קען דאס זיין
ווען עס פליסן טייכן טרערן
פון צרות און פון פיין
קענט איר באלד געהאלפן ווערן
עס איז דאך אן עצה פארהאן
אפאר ווערטער לאזט איר נאר הערן
און געהאלפן זענט איר שוין דאן

די סגולה האבן מיר שוין פון יארן
איבער געגעבן אונז פון דור צו דור
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון
די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר
ווען דו ביסט חלילה אין א צרה
א מטבע אין די האנט נעם
און דער הייליגער רבי מאיר פון די גמרא
ארויס נעמען וועט דיך פון דיין קלעם

און זאג: אלקא דמאיר ענני
יעדער איינער קען נאר די אדרעס
אלקא דמאיר ענני
אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס
[X2]

ווען דאס הארץ בענקט נאך אביסל פרייד
די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק
אפילו דער קאפ איז דיר פארדרייט
דו ווילסט שוין הערן א פרייליכן געזאנג
אין די געהויבענע מינוטן
דעם באשעפער קיינמאל פארגעס
געבן וועט ער דיר פון אלעם גוטן
אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס

די סגולה האבן מיר שוין פון יארן
איבער געגעבן אונז פון דור צו דור
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון
די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר
ווען דו דאווענסט, און בעטסט פאר הצלחה
פאר דיר, דיין ברודער אדער פאר דיין פריינט
אפילו ביי א שמחה אין די משפחה
האב גרייט א מטבע אין דיין האנט

און זאג: אלקא דמאיר ענני
יעדער איינער קען נאר די אדרעס
אלקא דמאיר ענני
אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס
[X2]

SHARE

Your email address will not be published.

ADVERTISEMENT

VIDEO